אלס א חסידישע יוד ,
ווייסען מיר אז מיט׳ן זיין פארנימען
מיט זיך אריינטוהן און עבירות ברענגט צו עצובות וואס ר׳ אהרן הגדול האט געזאגט עס צו וואס עבירות קען נישט ברענגען.
עס איז באקאנט אז יום הכיפורים איז מיט א כ צו ווייזען אז עס איז כמעט ווי פורים, עס איז שוין אסאך געזאגט געווארן אויף דעים,
וגם אני העני אענה חלקי
יום כיפור איז די זמן פון חשבון הנפש צוריק צו גיין אויפ׳ן עבר און וויינען און בעטן א כפרה, ווידער פורים איז די מצוה פון עד דלא ידע זיך פארשיקער׳ן אין זיך דערהייבן פין זיך אליין און זיך דערהייבן העכער, באקומען א קשר מיט׳ן ריבונו של עולם און א מדריגה העכער די צימצום פון די וועלט.
און דארט איז תשובה מאהבה וואס מ׳באקומט א אור פון השי״ת און פון זיך אליין זעהט מען מענטשען זאגן ״באשעפער פון היינט וועל איך זיין נאר מיט דיר״ וואס מ׳זעהט נישט א גאנצען יאר.
די תשובה מיט חשבון הנפש פעהלט אויס אבער אין זיין ספעציעלע צייט, און אפשר קען מען זאגן אז נאר ווייל יום הקדוש איז די היילוגסטע טאג און יאר קען מען זיך ערלויבן די דאזיגע ריזיקאלישע עבודה.
א גאנץ יאר שרייבט די רמ״א וטוב לב משתה תמיד, אז א גאנצען יאר זאל א יוד שטרעבן צו קרבת אלקים מיט די פריער דערמאנטע התקרבות און תשובה פון העכערקייט.