Search results ({{ res.total }}):

12-Step call in YIDDISH

 

obormottel Sunday, 12 December 2021
12-Step call in YIDDISH

New! Yiddish speaking 12 Step call!

Don’t miss this opportunity!

!א נייע אידישע 12 סטעפ קאנפערענס קאל

א גוטן אלע חשוב'ע מיטגלידער.

מיט פרייד זענען מיר מודעה וועגן דעם פרישן מחזור, וואס וועט בס"ד ווערן אהער שטעלט תיכף נאך חנוכה בס"ד , ווי פאלגנד:

נייער מחזור: 12-סטעפ טעלעפאן-קאנפערענץ אין אידיש!

דער שוין-בארימטער טעלעפאן-קאנפערענץ ווערט געפירט דורך משה נ"י, וועלכער איז שוין ריין אינעם SAפראגראם פאר איבער אכט יאר, און ער ניצט זיין אייגענעם נסיון החיים און עקספעריענס, אויפ'ן מהלך פונעם וואונדערליכן 12-סטעפס פראגראם,דאס איבערצוגעבן אויף אן אופן וואס מ'קען עס ניצן אויפ'ן אייגענעם מהלך החיים בס"ד.

אויפ'ן קאל האט מען אויך די געלעגנהייט:

ארויסברענגען אלע שאלות בנוגע אדיקשאן,איבער דעם 12סטעפס פראגראם, און אלעס איבער ריקאווערי ,און דאס איבערשמועסן אָן קיין בושה און פחד פון שמא יאמרו...
אויסגעפינען אויב מען איז עדיקטעד אדער מ'האט סתם א שלעכטע געוואוינהייט וואס דארף א פארבעסערונג; זיך פילן באקוועם צו זיך קוקן אין פנים אריין, און זען דעם גאנצן אמת וועגן זיך און וואס קען געטון ווערן איבער דעם.
לערנען וואס מיינט אמת'ע פרייהייט פון די עבדות וואס די תאוה ברענגט אונז, און וויאזוי מען קען דאס באקומען.

זיך איינצושרייבן אינעם קאנפערענץ-קאל דארף מען זיך פארבינדן מיט משה,וועלכער וועט אדורכגיין מיט יעדן באזונדער די ספיקות און מיטמאכענישן, און זען צי מ'איז געאייגנט פאר דעם קאל. דאס וועט ערמעגליכן פאר יעדן באטייליגטן אינעם קאנפערענץ-קאל זיך צו שפירן פארזיכערט, צו קענען זיין אפן און אמת'דיג מיט זיך און מיט אנדערע, וויסנדיג אז יעדער אויפן קאל איז קודם געווארן געסקרינט און איז דא פאר'ן זעלבן ציל.

אויב ביסטו אינטערעסירט צו זיין א חלק פון דעם קאל, אזוי אויך אויב דו ווילסט דורכרעדן צי דאס איז געאייגנט פאר דיר, פארבינד דיך מיט משה דורך דעם פאלגנדן אימעיל אדרעס:

moisheone@gmail.com

מען קען זיך אויך פארבינדן מיט הנהלה דורך שיקן אן אימעיל צו די אחריא שיע צו sihagye@gmail.com

וויכטיגע קלארשטעלונג:דער קאנפערענץ-קאל איז אויסדרוקליך נישט געאייגנט פאר איינעם וואס וועלכער האלט נאך אנהייב פון זיין וועג פון ריינקייט אדער פאר איינעם וואס האט נאכנישט פרובירט אנדערע מהלכים און/אדער פרובירט זיך צו האלטן ריין דורך אונזער פארום דא אויפ'ן סייט.דער 12 סטעפס מהלך איז דער לעצטער פרואוו פאר אזעלכע וואס האבן אלעס פרובירט און איינגעזען אז גארנישט האט זיי געהאלפן, אדער - ווי פארשטענדליך - פאר אזעלכע וועלכע טוען למעשה'דיגע שריט וואס קענען זיין פאר זיי אן ערנסטע ריזיקע אויב העלפן זיי זיך נישט תיכף ומיד.

הבהרה:דער קאנפערעץ-קאל איז נישט דירעקט פארבינדן מיט'ן SA פראגראם