מיט פרייד זענען מיר מודיע איבער דעם פרישן מחזור פון די
12-סטעפס טעלעפאן קאנפערענץ,
וואס וועט בעז"ה אנהייבן א פרישע מחזור
קומענדיגע מאנטאג הבעל"ט,
און מען קען זיך שוין איינשרייבן צו מיטהאלטן די קאנפרענץ קאל!
די יסודות'דיגע טעלעפאן קאנפערענץ איז געבויעט אויף די מהלכים פון די באקאנטע 12 סטעפס פראגראם פאר עדיקשאן און האט שוין געהאלפן צענדליגע מעמבער'ס פון היט דיינע אויגן צו קענען ריכטיג אידענטיפיצירן זייער מצב און נעמען די ריכטיגע שריט זיך צו העלפן.
די קאנפרענץ קאל ווערט אנגעפירט דורך משה, וועלכער איז שוין ריין פאר איבער 10 יאר, און גייט איבער אינאיינעם מיט די גרופע די יסודות פון עדיקשאן און פון די 12-סטעפס פראגראם, ניצנדיג זיין אייגענעם נסיון החיים און זיין לאנג יעריגע עקספעריענס צו העלפן אנדערע מיט דעם פראבלעם.
אזוי אויך האט מען די געלעגנהייט אויפן קאל צו:
- ארויסברענגען אלע שאלות בנוגע דעם עדיקשאן קרענק, איבער דעם 12-סטעפס פראגראם, און איבער ריקאווערי, און עס איבערשמועסן אָן קיין בושה און פחד…
- אויסגעפינען אויב מען איז אן אדיקט אדער סתם א גאר שטארקע געוואוינהייט וואס דארף הילף צו ארויסנעמען.
- זיך פילן באקוועם צו זיך באמת קוקן אין פנים אריין, און זען דעם גאנצן אמת איבער דעם אייגנעם מצב און וואס עס קען געטון ווערן איבער דעם.
- לערנען וואס מיינט אמת'ע פרייהייט פון די עבדות וואס די תאוה ברענגט אונז, און וויאזוי מען קען דאס באקומען.
צו קענען מיטהאלטן דעם קאנפרענץ קאל, דארף מען זיך פארבינדן מיט משה וועלכע וועט איבערגיין מיט דיר דיינע ספיקות און מיטמאכענישן, און זען אויב דו ביסט געאייגנט דערפאר, וואס דאס וועט ערמעגליכן פאר יעדן איינעם אויפן קאל זיך צו שפירן פארזיכערט, צו קענען זיין אפן און אמת'דיג מיט זיך און מיט אנדערע, וויסנדיג אז יעדער אויפן קאל איז געווארן געסקרינט און איז דא פאר'ן זעלבן ציל.
אויב ביסטו אינטערעסירט צו זיין א חלק פון דעם קאל, אזוי אויך אויב דו ווילסט דורכרעדן צי עס איז פאר דיר, דאן פארבינד דיך מיט משה דורך דעם פאלגענדן אימעיל: moisheone@gmail.com, אדער דורך שיקן א אימעיל צו שיע: shia@hitdanoigen.com
נ.ב. דער קאנפערעץ-קאל איז נישט דירעקט פארבינדן מיט'ן SA פראגראם.
***
וויכטיגע קלארשטעלונג: דער קאנפערענץ-קאל איז אויסדרוקליך נישט געאייגנט פאר איינעם וואס וועלכער האלט נאך אנהייב פון זיין וועג פון ריינקייט אדער פאר איינעם וואס האט נאכנישט פרובירט אנדערע מהלכים און/אדער פרובירט זיך צו האלטן ריין דורך אונזער פארום דא אויפ'ן סייט. דער 12 סטעפס מהלך איז דער לעצטער פרואוו פאר אזעלכע וואס האבן אלעס פרובירט און איינגעזען אז גארנישט האט זיי געהאלפן, אדער - ווי פארשטענדליך - פאר אזעלכע וועלכע טוען למעשה'דיגע שריט וואס קענען זיין פאר זיי אן ערנסטע ריזיקע אויב העלפן זיי זיך נישט תיכף ומיד.