Welcome, Guest

If you see somthing! say somthing!
(0 viewing) 
Im Paga be’cha menuval zeh, mushchei'hu le- BEIS HAMEDRASH! This board is for divrei Torah relating to our struggle with the Yetzer Hara, from the entire spectrum of Tanach, Chazal, Mussar and Chassidus. On this board there will be no posts about personal struggles and no debates. Only TORAH CHIZUK.
  • Page:
  • 1

TOPIC: If you see somthing! say somthing! 1879 Views

If you see somthing! say somthing! 11 Oct 2013 06:32 #220873

  • midasyesod
  • Current streak: 82 days
  • OFFLINE
  • Fresh Boarder
  • Posts: 17
  • Karma: 1
איי איי די לעכטיקייט פון די היילגער ווערטער פון אונזער הייליגע רביס זי"ע ויבלחט"א בלייכטען דאס הארץ !!!
זיי זענען דאך מלאים זיו ומפיקים נוגה שמחים בצאתם פון די הארץ, וששים בבואם צו אונזער הארץ!!
בבחינת לו עצה ותושיה (משלי ח), סולו סולו פנו דרך הרימו מכשול מדרך עמיץ (ישעיה נז), אבוקה של אור ועמוד השחר ופרשת דרכים שמצילים את האדם (סוטה כא) משבע בחינות היצר הרע (סוכה כא).
נא! האסט געזען עפעס א ווארט וואס האט אייך מחזק געווען? אל תמנע טוב מבעליו!!

זאג עס דא איבער און וועסט מחזק זיין נאך אידן
נישט קיין חילוק, רביס, גדולים, און סתם עמך
והמאור שבה מחזירו למוטב!!!


איי! איי! מען טוט תשובה, און מען פאלט נאך אמאל אדורך, און נאכאמל קערט מען זיך צוריק צו אינזער טאטע און הימל.
יא! אזוי איז מעשה יצר.
ויצא מלך סדום לקראתו, דער יצר קומט נאך אמאל!! אחר שובו אפילו נאך מער טוט תשובה.
יצרו של אדם מתגבר עליו בכל יום, ואלמלא הקב"ה עוזר אינו יכול לו!!
(דברי ישראל)
איי יצר יצר! ביזט דאך אזוי שטארק, איך פרוביר איין מאל און נאך אמאל, און ביזט שוין ווייטער דא!?
ויערכו מלחמה ארבא מלכים את החמישה זאגט רש"י מלמד שהיו גבורים, ואעלפ"כ לא נמנע אברהם להילחם עמם.
יא יצר דו ביזט שטארק און אפאר מאל געווינסטו, אבער אינזער טאטע אברהם האט שוין אויסגעטרויטן די וועג.
אפילו דו ביזט שטארק, וועל איך גיין און מלחמה מוט דיר. איך וועל דיר ביים סוף געווינן!!
(דברי ישראל)
יא און וואס וועט זיין מיט אלעס וואס איך האב געטון ביז יעצט? איך וועל תשובה טון און סוועט זיין זדונות נעשון זכיות
ומקללך= און די עברות וואס די האסט מיך איינגרעדט צו טון מיך טינקעל צו מאכען מיין לעבען
אאור= וועט שטארק לייכטען
(דברי ישראל)[/center]

Re: If you see somthing! say somthing! 08 Dec 2013 22:17 #224628

יישר כח טייערער מדת היסוד און מזל טוב לרגל פתיחת בית מדרשכם החדש! יהי רצון שיפוצו מעינותיכם חוצה! בשם הגבאים לאדנט מען דעם גאנצן עולם אויף קידושא רבא לרגל שבת פתיחה, די קידוש וועט פארקומען אויף מיין פערזענליכע איינלאדענונג אין די גרויסע שטוב.... איך מאך נאר א ווערטל
איך זעה ביזט א תוכן'דיגער אינגערמאן,,, קיפ אפ פאוסטינג
guardyoureyes.com/forum/19-Introduce-Yourself/216129-The-GROISE-Shtieb?limit=15&start=45#223096
עיין שם ותמצאו נחת וחיזוק לכל אלו שנמצאים בגלגל העליות וירידות בעניני קדושה
חזקו ואמצו!!!! לעטס אלל לעף אוט לאוד

מיט די כח השמחה קען מען אלעס דורכברעכן
!!בְּיָדְךָ אַפְקִיד רוּחִי - פָּדִיתָה אוֹתִי ה ק-ל אֱמֶת

איך דאנק דיך באשעפער פארן מיך ווייזן דיין העכערע כח

! רק להתחזק בשמחה

א איד דארף זיין פריש, געזונט און משוגע!! -כבתי רמ"ם תקנ"ט

Re: If you see somthing! say somthing! 18 Dec 2013 08:30 #225209

  • rashkebehag
  • Current streak: 95 days
  • OFFLINE
  • Fresh Boarder
  • Posts: 16
  • Karma: 0
אויב מדארף חיזוק זאל מען קוקען אין דעם פרשה וואס שטייט

,אלא שמות בני ישראל הבאים מצרימה את יעקב איש וביתו באו- אין פרשת ויגש שטייט - אלא שמות בני ישראל הבאים מצרימה יעקב ובניו - עס שטייט נישט דארט את יעקב. פארוואס איז אנדערש- דער תירוץ איז אז אין ויגש האלט מען אפען וועד צו מצרים איז יעדער איינער געמיינט ער קען זיך האלטען שטארק אין מצרים באי זיך אבער אין פרשת שמות האלטען ווען מען איז אנגעקומען אין מצרים דאן האבען זיי געזען אז מצרים איז אזוי פארדארבען אז מען מוז זיך האלטען אן צו יעקב כדי נישט אריינפאלען אין די בלאטע פון מצרים דערפאר שטייט את יעקב איש וביתו באו- אז מען האט זיך געהאלטען אן צאו יעקב פאר חיזוק-מע מוז תמיד האבען חיזוק
  • Page:
  • 1
Time to create page: 0.37 seconds

Are you sure?

Yes