מינימיזיר

90-טעג טשארט איבערבליק

דורכצוברעכן א געוואוינהייט פון א מענטש געדויערט 90 טעג. האלט זיך ריין פאר 90 טעג אזוי ארום וועסטו נישט דארפן אנהאלטן דעם געראנגל פאר 90 יאר!

עס איז ארויסגעקומען א שטודיע אז עס נעמט 90 טעג צו טוישן די איינגעפונדעוועטע ליניעס וואס האבן זיך אנטוויקלט אין דעם מוח פון א מענטש דורך זיין אדיקשאן. עס איז איבערגעצייגט געווארן אז אויב אן אדיקט האלט זיך איין פון זיין אדיקשאן פאר 90 טאג, וועט דערנאך זיין זייער גרינג זיך גענצליך אפצושייידן פונעם אדיקשאן. 12 סטעפס (פראגראם איבערצוקומען אדיקשאן) גרופעס מיטגלידער אלוועלטליך באקומען א רויטן רעקאווערי טשיפ (כמו מטבע) ווען זיי דערגרייכן 90 טעג ריין. מיר געפונען אויך דעם מושג אין די דברי חז"ל אז 90 טעג האט א שטארקן אפעקט. די הלכה איז, אז אויב איינער איז נישט זיכער צי ער האט געזאגט "ותן טל ומטר", דארף ער זיכער נאכאמאל דאווענען שמונה עשרה, אבער אויב איז ער מסופר נאך 30 טעג דארף מען מער נישט איבערדאווענען, ווייל זיין מח איז שוין צוגעוואוינט צו זאגן ותן טל ומטר. 30 טעג איז 90 שמונה עשרה'ס! חז"ל האבן געוואוסט אז עס נעמט 90 מאל צו טון א זאך אערדי מח זאל ווערן געוואוינט דערצו. (דער אות צ' – וואס סימבאליזירט א צדיק וואס איז הייליג און ריין, איז אויך בגמטריא 90).

נעם אנטייל אינעם טשארט, און פריש דאס אויף דורכ'ן אראנדזשען קנעפל דא אונטן. הערה: אויב דו פרישסט נישט אויף דיין טשארט פאר א וואך צייט, ווערט דיין נאמען רויט. אויב די פרישסט דאס נישט אויף פאר צוויי וואכן פאלט דיין נאמען אראפ ביז דו פרישסט דאס אויף נאכאמאל.

90-טעג רייזע

- לזכות ולע"נ ר' פנחס גאלדנער ע"ה

אנטיילצונעמען אינעם 90-טעג טשארט דארפסטו צום ערשט מאכן א GYE אקאונט. דרוק דא זיך אויפצוסיינען. אויב דו האסט שוין אן אקאונט, ביטע סיין דיך אריין גאנץ אויבן פונעם בלאט.

מעמבער רעקארד איצטיגע שטרעקע דרגה ?