Read once, then minimize to save screen space.

Forum Overview

Post on the forum to get support, tell your story and reach out for help when feeling weak!

You will never be alone in this struggle again.

The GYE forum is anonymous platform of group support, and a life-line of chizuk for hundreds of people in exactly your situation. 

To use the forum you need to first become a member of the site, sign up here.

After signing up to the site, go to the forum, enter one of our boards and press "New Topic" to begin posting! 

Welcome, Guest

שלום עליכם
(0 viewing) 

TOPIC: שלום עליכם 12666 Views

Re: שלום עליכם 15 Aug 2016 17:10 #293850

  • Markz
  • Current streak: 14 days
  • NOW ONLINE
  • Platinum Boarder
  • Posts: 7227
  • Karma: 369
hired247 wrote:

הלוואי, איך האב ביג טיים.


Is this supposed to be the yidish forum
My Story---------Dov Quotes


What works for me:
ForumInternet Restrictions




FREE LUST TRUCK TOWING
Click HERE to checkout;
100 Day Success Stories: cordnoy, Dov, Gevura and more...
• Awesome Threads Saved for You
• Cast Your Vote

GYE Plenty Solutions
➣ The Mark of Torah - Lust Chizuk

➣ Nice Trucking Story

Re: שלום עליכם 15 Aug 2016 18:23 #293853

  • Gevura Shebyesod
  • Current streak: 2345 days
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • Posts: 3876
  • Karma: 436
Az ich shrab Yiddish in Englishe oisiyos, iz dus di zelbe azoi vi shraben English in Yiddishe oisiyos?
!אנא עבדא דקודשא בריך הוא

וּבְיָדְךָ כֹּחַ וּגְבוּרָה וּבְיָדְךָ לְגַדֵּל וּלְחַזֵּק לַכֹּל

And every day that you want to waste, that you want to waste, you can
And every day that you want to wake up, that you want to wake, you can
And every day that you want to change, that you want to change, yeah
I'll help you see it through...



My story: guardyoureyes.com/forum/19-Introduce-Yourself/111583-hello-my-friends

Re: שלום עליכם 16 Aug 2016 01:05 #293870

  • Yyy
  • Current streak: 44 days
  • OFFLINE
  • Junior Boarder
  • Posts: 33
  • Karma: 1

גיט גיט, די גיבסט מיך א שמייכל:stuck_out_tongue_winking_eye:

שרייב ווי אזוי די ווילסט אבער שרייב שוין.

Last Edit: 16 Aug 2016 03:35 by Yyy.

Re: שלום עליכם 17 Aug 2016 20:26 #294009

  • New Person
  • OFFLINE
  • Fresh Boarder
  • Posts: 18
  • Karma: 2
hired247 wrote on 15 Aug 2016 13:41:
"hired247" post=293836 date=1471268483 catid=50


הלוואי, איך האב ביג טיים.


?איך האב אויך ביג טיים. ברוך השם! ווער האט דען נישט קיין נסיונות

עס איז נישטא קיין איין איד אין דער וועלט וואס האט נישט קיין נסיונות! קיין איינס נישט! איינער מיט תאוה, איינער מיט אנדערע זאכן. נאר א טויטער האט נישט קיין נסיונות

Re: שלום עליכם 18 Aug 2016 03:18 #294046

  • mggsbms
  • Current streak: 10 days
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • Posts: 485
  • Karma: 41

נסיונות האט טאקע יעדער אבער מען מיז נישט דורכפאלן, מען טאר נישט אויסמישען די נסיון מיט די דורכפאל, עס איז בידינו צי טרעפען די וועג צי ריקאווערי, אין נישט זיך אהליינען אויף שבע יפול צדיק וקם.

Aka -  Mischadeish075

Re: שלום עליכם 18 Aug 2016 18:28 #294087

  • New Person
  • OFFLINE
  • Fresh Boarder
  • Posts: 18
  • Karma: 2

איך פארשטיי וואס דו זאגסט, לאמיר זיך בעסער מסביר זיין.

איך רעדט נישט פון קיין דורכפעלער, איך רעדט פון נסיונות., א דורכפאל איז א זאך פון די עבר, א זאך וואס איז שוין געשעהן, מען קען נישט זאגן פאר איינעם, 'דו גייסט האבן א דורכפאל'. וויאזוי ווייסטו אז עס גייט געשעהן? אודיא איז עס נארמאל אויב ס'געשעהט יא, אבער די פלאן פון פאראויס איז אז מען גייט טוהן וואס מ'דארף אינגאנצן, און אז ס'איז געשעהן א דורכפאל איז עס געשעהן…

די פוינט וואס איך האב געוואלט ארויסברענגן איז א זאך וואס איז ביי מיר געווען די גרעסטע שטער פון רעקאווערי.

ביי אסאך מענטשן קוועטש זיי אינעווייניג א שטארקע קשיא, די קשיא איז אויף זיך אליין, ער דערזעהט זיך מיט א שווערע יצר הרע, און ער האלט אז 'עפעס איז ראנ"ג מיט מיר', ווייל, 'וויאזוי קען זיין אז עס ציעט מיר צו אזעלכע נידריגע זאכן? ווען איך גיי אין גאס מוז איך אלעס זעהן, אלעס מוז איך באמערקן, און ס'גליסט מיר', און ער איז זיכער אז 'קיינער אין די וועלט האט נישט אזעלכע געפערליכע תאוות ווי מיר', ער פילט זיך ווי די גרעסטע רשע, ער מיינט אז 'ווען איינער זאל נאר וויסן וואס טוט זיך ביי מיר אין הארץ…  וואלט ער מיר אזוי אראפגעקוקט… ער וואלט נישט געשטאנען אין מיינע ד' אמות…'

דאס איז א געפערליכע טעות!!! און דער טעות איז דער נאמבער 1# גורם פון דורכפאלן…

געדענק, איך רעדט יעצט פון איינער וואס האט נאכנישט געזונדיגט, אבער עס ברענט אין זיין הארץ א שטארקע גליסטעניש צו טוהן א מיאוסע זאך, צו קוקן ווי מ'דארף נישט, אדער רעדן וואס מ'דארף נישט. און ער מיינט אז אויב עס גליסט זיך אים איז עס א פראבלעם, וואס געשעהט יעצט? די יצר הרע קומט און זאגט אים, 'קוק דיך אן, ביסט דאך אזא רשע, ביסט דאך א נידריגע מענטש, קוק וואספארא תאוות עס ציעט דיר, דאס ביסטו און פארטיג, יעצט גיב דיך נאך…' דאס ליגט אין די בע"ק א"וו די מיינ"ד פון א מענטש בשעת די ערשטע דורכפאל.

דער מענטש, ווי מער ער לערנט און ער הערט ווי געפערליך די עבירה איז, ווערט ער אלס מער און מער צוקלאפט ביי זיך, 'אזעלכע מיאוסע עבירות ציעט מיר?' ער קוקט זיך אלס מער און מער אן ווי א שגץ, א דורכפאל, און וואס קען שוין געשעהן אז ער וועט למעשה זינדיגן…

די אמת איז אבער אז דאס איז א גרויסע טעות! עס איז נישט קיין שום פראבלעם אז עס קומען אריין אין א מענטש אלע מיני משיגענע תאוות!!! עס ווייזט נישט גארנישט אויף דער מענטש, דער מענטש איז נאכאלץ א צדיק גמור, און עס איז נישט קיין שום פראבלעם, נאטינ"ג אי"ז ראנ"ג!

די תאוות קומען אריין אין דיר כדי דו זאלסט עס נישט נאכגעבן! דאס איז א נסיון וואס דער אייבערשטער שיקט דיר כדי דו זאלסט זיך אויסארבייטן און פארדינען עולם הבא, יעדער איינער האט נסיונות, יעדער איינער! עס איז נישט קיין עבירה צו האבן א יצר הרע, פונקט פארקערט, דאס איז די תכלית בריאת העולם!

איי, 'קיינער האט נישט אזעלכע געפערליכע תאוות?' - איז קודם כל, ס'איז נישט אמת! דו ווייסט נישט, ס'איז דא נאך אסאך מענשטן ווי דיר, קוק איז אום אויפן פארום… והשנית, נישט יעדער האט די זעלבע מין נסיון, ביי איינעם איז די ניסיון אין תאוות, און ביי איינעם עפעס אנדערש. אבער יעדער איינער האט נסיונות!

ווען איך האב דערהערט אז מיינע נסיונות זענען 'נארמאל', און פארקערט, אן קיין נסיונות קען מען צוריק אהיים גיין… די גאנצע סיבה פארוואס די באשעפער האט באשאפן דעי וועלט איז נאר אז עס זאל זיין 'התנגדות' און מיר זאלן בוחר זיין דאס וואס איז רצון השם, ממילא האב איך אנערקענט ווער 'איך' בין,

ווער בין איך? ווער בין 'איך'??? איך בין נישט מיינע געפיהלן, איך בין א טייערע הייליגע איד, מיט א נשמה קדושה, מיט א רצון צו זיין גוט, און די תאוות זענעען נישט מיר.

דאס איז געווען מיין די יסוד צו קענען אנפאנגן ארבייטן אויף זיך בעזר השם!

Last Edit: 18 Aug 2016 18:30 by New Person.

Re: שלום עליכם 18 Aug 2016 18:49 #294088

  • hired247
  • Current streak: 320 days
  • OFFLINE
  • Fresh Boarder
  • Posts: 7
  • Karma: 0
New Person wrote on 18 Aug 2016 18:28:

עס איז נישט קיין שום פראבלעם אז עס קומען אריין אין א מענטש אלע מיני משיגענע תאוות!!! עס ווייזט נישט גארנישט אויף דער מענטש, דער מענטש איז נאכאלץ א צדיק גמור, און עס איז נישט קיין שום פראבלעם, נאטינ"ג אי"ז ראנ"ג!

די תאוות קומען אריין אין דיר כדי דו זאלסט עס נישט נאכגעבן! דאס איז א נסיון וואס דער אייבערשטער שיקט דיר כדי דו זאלסט זיך אויסארבייטן און פארדינען עולם הבא, יעדער איינער האט נסיונות, יעדער איינער! עס איז נישט קיין עבירה צו האבן א יצר הרע, פונקט פארקערט, דאס איז די תכלית בריאת העולם!


!שטארק געזאגט
בערך די זעלבע ווערטער האב איך געהערט פון הר"ר בערל טויבער שליט"א.
A Jew is never unemployed 
Time to create page: 0.38 seconds

Are you sure?

Yes